​סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר מאָסקווער ״דזשוינט״־טוערס

Show 18 jascha

פֿונעם 21סטן ביזן 24סטן מאַי 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלער סעמינאַר פֿאַר 18 מיטאַרבעטערס פֿון דער מאָסקווער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.

3 פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר ווילמאַ גראַדיסקײַטע און ד"ר לאַראַ לעמפּערט - האָבן געגעבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

ד"ר גראַדיסקײַטע - אַ קונסט־פֿאָרשערין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ווילנער גאון און אַ לעקטאָרין אינעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט – האָט דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג און דעם געשטאַלט פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל און זײַנע תּושבֿים אין וויזועלער קונסט.

ד"ר לעמפּערט – די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אויך אַ לעקטאָרין פונעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט - האָט רעפֿערירט וועגן רײַכן ייִדישן קולטור־לעבן אין ליטע און ווילנע צווישן צוויי וועלט־מלחמות.

דער היגער וועגווײַזער סטעפּאַן לושטשעוויטש האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאַצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט (וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן לעבן דעם געבײַדע פֿון אַמאָליקער מוזיקאַלישער שול, וווּ עס האָט זיך געלערנט דער וועלט־באַרימטער פֿידלער יאַשע חפֿץ) און אַן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.

אַלע דאָזיקע מאָסנאַמען האָבן זוכה געווען וואַרעמע אָפּקלאַנגען; מען קאָן זיי לייענען אויף אונדזערע ענגלישע און רוסישע זײַטלעך.