ייִדיש־צענטער אויף "די טעג פֿון דער ייִדישער קולטור" אין כאַרקאָוו

Show 18 khark

דעם 17טן און דעם 18טן אָקטאָבער 2018 איז אין דער שטאָט כאַרקאָוו (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ טראַדיציאָנעלער פֿעסטיוואַל "די טעג פֿון דער ייִדישער קולטור", אָרגאניזירט פֿונעם שטאָטישן קולטור־צענטער "בית־דן".

אין דער פֿילאַרטיקער פּראָגראַם האָט זיך באַטייליקט דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זײַן פֿאָרשטייערין, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ (די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייטס־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"נ פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע) האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר" און "אוקראַיִניש־ייִדישע צווישן־באַציונגען אין די 20-19 יאָרהונדערטער: ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס".

צווישן אַן ערך 30 צוהערערס זײַנען געווען אַקטיוויסטן פֿון דער היגער ייִדישער קהילה, לעקטאָרן, ביבליאָטעקערס, סטודענטן.