פֿונעם 3טן ביזן 6טן אָקטאָבער 2018 האָבן דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר לעאָניד רויטמאַן (ספּעציאַליסט אױפֿן ייִדישן טעאַטער, מיטאַרבעטער פֿון תּל־אָבֿיבֿער "שלום־עליכם־הויז") און מאַרינאַ יעקובאָוויטש (זינגערין, אַקטריסע און מוזיקאַלישער פּעדאַגאָג) – דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור".
דער עולם איז באַשטאַנען פֿון די פּעדאַגאָגן פֿון ייִדישע שולן, קינדערגאָרטנס און אַנדערע בילדונגס־ און קולטור־אַנשטאַלטן פֿון די אוקראַיִנישע שטעט קיִעוו, וויניצע, טשערנאָוויץ, פּאָלטאַווע, אָדעס, בילע צערקווע (אויך גערופֿן שׂדה לבן אָדער שוואַרצע טומאה) און בראָוואַרי, ווי אויך פֿון דער רוסישער שטאָט טולאַ.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער מיט דער הילף פֿונעם ייִדישן פֿאָנד פֿאַר אוקראַיִנע מיטן ציל צו באַזאָרגן די פּעדאַגאָגן מיט טיפֿערע קענטענישן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועגן דעם שרײַבער יצחק באַשעוויס־זינגער און דעם דיכטער איציק מאַנגער.
ד"ר רויטמאַן האט דערציילט וועגן "ייִדישן קעניג ליר" - שלמה מיכאָעלסן, וועגן דער געשיכטע פֿונעם טשערנאָוויצער ייִדישער טעאַטער און וועגן ארץ־ישׂראלדיקע און ציוניסטישע מאָטיוון אין שלום־עליכמס שאַפֿונג.
מאַרינאַ יעקובאָוויטש האָט געגעבן מײַסטער־קלאסן פֿון חסידישע ניגונים, פֿאָלקסלידער און קלאַסישע ייִדישע זינגלידער; זי האָט אויך אַראַנזשירט דעם כאָר פֿון די אָנטיילנעמערס, וועלכער האָט געזונגען אויף ייִדיש!
עס איז כּדאי אָפּצומערקן אַז אַלע אָנטיילנעמערס האָבן געהאַט באַטייליקט אין פֿריִערדיקע מאָסנאַמען פֿונעם ייִדיש־צענטער און האָבן אויסגעדריקט דאָס ווילן פֿאָרצוזעצן די ייִדיש־לימודים. יעדער איינער איז אויפֿגעטראָטן מיטן פּערזענלעכן באַריכט־פּרעזענטאַציע וועגן זײַן אייגענער טעטיקייט אויפֿן געביט פֿונעם אונטערריכטן און פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין זײַן געגנט אָדער אינסטיטוציע.