ייִדיש־צענטער אויף דער קאנפערענץ פֿון ייִדישער יוגנט אין קיִעוו

Show 18 kiev teens

פֿונעם 8טן ביזן 11טן נאָוועמבער 2018 האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, אַנאַ סאָראָקינאַ־גינזבורג, דורכגעפֿירט זעקס לעקציעס אויף דער קאָנפערענץ פֿון יוגנע ייִדישע אַקטיוויסטן אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער רעגיאָנעלער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״. עס האָבן זיך באַטייליקט אין איר העכער 300 צענערלינגען (ייִנגלעך און מיידלעך פֿון 19-13 יאָר אַלט) פֿון 9 לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

סאָראָקינאַ־גינזבורג האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע "ייִדישלאַנד: פֿון אשכּנז ביז ביראָבידזשאַן". די געשיכטע פֿון דער שפּראַך, דעם געראַנגל צווישן ייִדישיסטן און העברעיִסטן, דעם הײַנטצייטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש און פֿאַרשיידענע קולטורעל־לינגוויסטישע פֿראַגן האָט זי פֿאָרגעשטעלט מיט דער הילף פֿון די יצירות פֿון ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס, פֿונעם קינדערשן פֿאָלקלאר און פֿון קורצע ווידעאָ־פֿילמען.

אַנאַ האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, זיך סטאַזשירט אין ניו־יאָרק (ייִדישע טעאָלאָגישע סעמינאַריע און קאָלאָמביער אוניווערסיטעט). איצט אונטערריכט זי די ייִדישע שפּראַך אינעם מאָסקווער קהילה־צענטער.