סעמינאַר אין ירושלים וועגן ייִדיש פֿאַר לערערס פֿון ליטע

Show 17 yad

דעם 24סטן יולי 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ ריי לעקציעס צו אַ גרופּע לערערס און דירעקטאָרן פֿון ליטווישע שולן. די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" (ירושלים).

26 פּעדאַגאָגן פֿונעם באַלטישן לאַנד זײַנען געקומען קײן ישׂראל מיטן ציל צו קריגן אָדער פֿאַרטיפֿערן די קענטענישן וועגן דעם חורבן און וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

דער לעקטאָר האָט אָנגעהויבן פֿון דער טעמע "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק". נאָך דעם האָט ד"ר יושקאָווסקי דערצײלט וועגן דער רײַכער ליטוויש־ייִדישער געשיכטע פֿון 16–20־טע יאָרהונדערטער, וועגן דעם גײַסטיקן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווילנע און ליטע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות אויף כּלערליי געביטן: שפּראַך־פֿאָרשונג, ליטעראַטור, פּרעסע, פֿאָלקלאָר, טעאַטער, מוזיק, בילדערישע קונסט.

עס זײַנען דערמאָנט און ציטירט געוואָרן די ליטעראַטן־ליטוואַקן: משה קולבאַק, חיים גראַדע, אבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, אבֿרהם סוצקעװער, שמערקע קאַטשערגינסקי און אַנדערע. לויט דעם עולמס בקשה האָט דער לעקטאָר צעטיילט די ביבליִאָגראַפֿישע רשימה פֿון זייערע ווערק, איבערגעזעצטע אויף ליטוויש און/אָדער אויף רוסיש.

האָפֿנטלעך וועלן די לערערס איבערגעבן די געקראָגענע אינפֿאָרמאַציע צו זייערע תּלמידים – ליטווינער. אינעם ייִדיש־צענטער אין ווילנע קאָנען זיי אַלעמאָל באַקומען אַ מעטאָדישע שטיצע און יעטװידער הילף.