דעם 4-2טן נאָוועמבער 2018 איז אין לעמבערג (לוויוו, אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ סעסיע פֿונעם בילדונגס־קולטורעלן פּראָיעקט "לימוד", וואָס איז באַשטימט פֿאַר יוגנע ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין סך־הכּל האָט דער פֿאָרום פֿאַרזאַמלט העכער 600 מענטשן.
אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דער פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.
אינעם גערעם פֿון דער לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון אונדזער נשמה", דעם 3טן נאָוועמבער, האָבן זיי אויסגעפֿירט סײַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער, סײַ צוויישפּראַכיקע (ייִדיש־אוקראַיִניש, ייִדיש־רוסיש), סײַ מאָדערנע ישׂראלדיקע (לכּבֿוד דעם 70סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל), סײַ חסידישע ניגונים.
דער עולם האָט התלהבֿותדיק מיטגעזונגען און געלאָזט זיך טאַנצן. לויט די בקשות פֿונעם פּובליקום איז די אימפּרעזע פֿאָרגעזעצט געוואָרן אומפֿאָרמעל, אינעם האָטעל־פֿאָיע, ביז שפּעט בײַ נאַכט