סעמינאַר וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטעווידעאָ

Show 18 montevideo

דעם 20סטן נאָוועמבער 2018 איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון אורוגווײַ פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר אויף דער טעמע "ייִדישער טעאַטער". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, דעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און דער היגער ייִדישער קהילה.

העכער 100 מענטשן פֿון בוענאָס־אײַרעס און דער סבֿיבֿה האָבן געהערט היסטאָרישע לעקציעס פֿונעם ייִװ"אָ־דירעקטאָר פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום און פֿונעם אַקטיאָר שיין בייקער, וועלכער האָט אויך געוויזן אַ מוסטער־פֿאָרשטעלונג.