דעם 21סטן יאַנואַר 2018 איז אין מאָסקווע, אינעם ייִדישן קולטור־צענטער אויף ניקיטסקע־גאַס, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿאַר די היגע פֿאָרשערס פֿון דער חורבן־תּקופֿה.
די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און מאָסקווער ייִדישער קהילה. דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האט געלייענט אַ לעקציע "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט".
די אָנטיילנעמערס האָבן מיט גרויס אינטערעס פֿאַרברייטערט זייערע קענטענישן וועגן דער ייִדישער קולטור. אַ טייל פֿון זיי האָבן פֿריִער געהאַט געהערט ד"ר יושקאָווסקיס לעקציעס, האָבן זיי אָבער אַנערקענט אַז יעדעס מאָל קלינגען זײַנע ווערטער פֿאַרשײדנס און דער עולם שעפּט דערפֿון נײַע קענטענישן און פֿרישע אײַנדרוקן.