דעם 9טן דעצעמבער 2018 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ לעקציע "דער יום־טובֿ חנוכּה און זײַן באַדײַט פֿאַר ייִדישע ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר און טראָדיציע". עס האָט רעפֿערירט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ.
פֿרוי באַטאַנאָוואַ איז די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לערערין אינעם אוניווערסיטעט "קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע".
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיטן שטאָטישן קהילה־צענטער "בית־גראַנד"כּדי צו פֿאַרברייטערן און באַרײַכערן די קענטענישן אויפֿן געביט פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום און זײַן אינטעלעקטועל־גײַסטיקער ירושה.
אויף דער לעקציע זײַנען געקומען ה 30 מענטשן: אַקטיוויסטן פֿון דער היגער ייִדישער קהילה, לעקטאָרן, ביבליאָטעקערס, סטודענטן.
פֿרוי באַטאַנאָוואַ האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע און טראַדיציעס פֿונעם יום־טובֿ, ציטירנדיק די ווערק פֿון מענדעלע "וואָס הייסט חנוכּה?", שלום־עליכם "חנוכּה־געלט", אבֿרהם־שׂמחה זאַקס "חרובֿע וועלטן", ווי אויך די לידער "אוי, איר קליינע ליכטעלעך" פֿון מאָריס ראזענפֿעלד און "דריי זיך דריידעלע" פֿון משה אוישער.