פֿונעם 22סטן ביזן 25סטן אַפּריל 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 24 אָנטיילנעמערס פֿון דער פּראָגראַם "פּאָסט־פֿעניקס", באַשטימטע פֿאַר יונגע ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
3 פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר ווילמאַ גראַדיסקײַטע און סימאָנאַס גורעוויטשוס - האָבן געגעבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
דער היגער וועגווײַזער ניקיטאַ מייטין האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט און אן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.
די הויפּט־צילן פֿון דער פּראָגראַם "פּאָסט־פֿעניקס" זענען: אומצוקערן די יוגנטלעכע צו נאציאָנאַלע שורשים, אויסלערנען זיי די ייִדישע געשיכטע און טראַדיציע, דערציילן זיי וועגן דעם חורבן, דערנענטערן זיי צום ייִדישן קהילה־לעבן.
די פּראָגראַם איז געשטיצט פֿון דער פֿונדאציע "בראשית" ("גענעזיס") און פֿון "קליימס־קאָנפֿערענס". זי ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם", מיט דער ייִדישער אַגענץ (סוכנות), מיט דער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״, ייִדישן סטודענטן־פֿאַראיין "הילל". און מיט דיר קאָמפּאַציע "חוויה ישׂראלית".