דעם 30-28סטן סעפּטעמבער 2018 איז אין דער שטאָט ראָסאַריאָ (300 קילאָמעטער צפֿון-מערבֿדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס) פֿאָרגעקומען אַ רעגיאָנאַלער סעמינאַר "ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
אינעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט העכער 120 פֿאָרשטייערס פֿון דרײַ קהילות: ראָסאַריאָ, מויזעסוויל און פּאַראַנאַ. דער הויפּט־ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען צו דערנענטערן די טעריטאָריעל דערווײַטערטע קהילות צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן.
מיט עטלעכע לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור און אידענטיטעט, וועגן זייער באַדײַט, איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװ"אָ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום; מיטן קאָנצערט פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער - די זינגערין מיכל אורליאַן.
פּראָפֿ' ליכטענבאַומס צענטראַלע לעקציע האָט געהייסן "דער נס פֿון ייִדישע יום־טובֿים". אין איר האָט דער װיסנשאַפֿטלטער דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון ייִדישע יום־טובֿים און טראַדיציעס אין אונדזער פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור און טעאַטער.
דער פּראָפֿעסאָר האָט אויך אָפּגעמערקט די אױפֿטוען פֿון דער ייִװ"אָ און פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם אָפּהיטן און פֿאַרשפּרייטן פֿון דער ייִדישער קולטור.