דעם 8-7טן דעצעמבער 2018 איז אין אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלער ״ייִדישן סוף־וואָך״ - אַ בשותּפֿותדיקע שאַפֿונג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און דעם היגן קהילה־צענטער "מגדל".
מיר האָבן דעלעגירט אויף דער דאָזיקער אימפּרעזע די דירעקטאָרין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לימודים, יוליאַ סמיליאַנסקאַ. זי האָט געגעבן צוויי לעקציעס: "די געשיכטע פֿונעם אויפקום פֿון דער ייִדישער שפּראַך" און "דער אָנהייב פֿון דער פּרעסע אויף ייִדיש, די צײַטונג ״קול מבֿשׂר״".
פֿרוי סמילאַנסקאַ האָט, צווישן אַנדערן, דערציילט וועגן דעם "עלטערזיידן" פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, שלמה עטינגער (1856-1802), און זײַן פּיעסע "סערקעלע", וועגן דעם טעאַטער־גרינדער אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דעם שרײַבער אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער, דעם ערשטן ייִדישן ליטעראַטור־פֿאָרשער לעאָ ווינער...
אין אָנהייב פֿון דער ערשטער לעקציע זײַנען אינעם זאַל געזעסן 28 צוהערערס; בהדרגה, מחמת דעם גרויסן אינטערעס, זײַנען אָנגעקומען נאָך און נאָך מענטשן און צום סוף זײַנען דאָרט געווען 55 נפֿשות.
די לעקטאָרין האָט באַקומען שיינע, וואַרעמע אָפּקלאַנגען; אַ סך טיילנעמערס טרוימען פֿאָרצוזעצן די לימודים אויף דעם געביט.