פֿונעם 5טן ביזן 8טן דעצעמבער 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 25 פּעדאַגאָגן פֿון פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן פֿון דער שטאָט סומי, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון־מזרח אוקראַיִנע.
די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם ווילנער ביוראָ פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס (וועלכער האָט זי אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן סומער רעגיאָנעלן אוניווערסיטעט פֿאַר פּאָסטגראַדויִר־בילדונג) כּדי צו פֿאַרברייטערן און באַרײַכערן די קענטענישן אויפֿן געביט פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום און זײַן אינטעלעקטועל־גײַסטיקער ירושה.
צוויי הויך־קוואַליפֿיצירטע ספּעציאַליסטן: ד"ר מרדכי יושקאָווסקי (דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער) און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ (די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע) האָבן אין סך־הכּל געגעבן 6 לעקציעס.
פרוי באַטאַנאָוואַ האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״; "אוקראַיִניש־ייִדישע צווישן־באַציונגען: ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס".
דאָס איז געווען שוין די צווייטע אימפרעזע, דורכגעפֿירט פֿונעם ייִדיש־צענטער פֿאַרן סומער עולם; די ערשטע איז פֿאָרגעקומען אין יוני אין אוקראַיִנע. מיר האָבן זוכה געווען וואַרעמע אָפּקלאַנגען; מען קאָן זיי לייענען אויף אונדזערע ענגלישע און רוסישע זײַטלעך.