פֿונעם 14טן ביזן 17טן אָקטאָבער 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר דירעקטאָרן פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס און חסד־אינסטיטוציעס, וועלכע אַרבעטן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם ווילנער ביוראָ פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם צענטערבשותּפֿות מיט דער רעגיאָנעלער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.
דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר ווילמאַ גראַדיסקײַטע און ד"ר לאַראַ לעמפּערט - האָבן געגעבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "באַרעמהאַרציקייט אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר"; "קאַפּיטלען פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, געשריבענע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד" און "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר".
ד"ר גראַדיסקײַטע - אַ קונסט־פֿאָרשערין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ווילנער גאון און אַ לעקטאָרין אינעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט – האָט דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג און דעם געשטאַלט פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל און זײַנע תּושבֿים אין וויזועלער קונסט.
ד"ר לעמפּערט – די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אויך אַ לעקטאָרין פונעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט - האָט רעפֿערירט וועגן רײַכן ייִדישן קולטור־לעבן אין ליטע און ווילנע צווישן צוויי וועלט־מלחמות.
נאָך איין לעקציע – "צווישן דער חסידות און די ליטוואַקן" – האָט געגעבן דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער נעץ פֿון די קהילה־צענטערס אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אסף קניאל.
אַ חוץ דעם, לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס: מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר און געזאַנג) און באָריס קירזשנער (פֿידל). ד"ר יושקאָווסקי האָט אין קורצן דערציילט וועגן דער געשיכטע, דעם סיפּור־המעשׂה און דער קינסטלערישער אייגנאַרטיקייט פֿון די אויסגעפֿירטע לידער.
די אונטערנעמונג האָט זוכה געווען וואַרעמע אָפּקלאַנגען, וועלכע ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אויף אונדזער ענגלישן זײַטל.