פֿונעם 29סטן נאָוועמבער ביזן 2טן דעצעמבער 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס פֿון רוסלאַנד, מיטגלידער פֿון דער פּראָגראַם "כּנפֿיים" (פֿליגלען), וועלכע גרייט צו קינפֿטיקע קהילה־לייטערס (מנהיגים).
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער רעגיאָנעלער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.
דער יונגער היגער לעקטאָר סימאָנאַס גוריאַוויטשוס (שמעון גורעוויטש) האָט לעבעדיק און שאַרפֿזיניק דערציילט סײַ וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור בכלל, סײַ וועגן זײַנע אײגענע חוויות און זכרונות פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין ווילנע.
די אונטערנעמונג האָט אַנטהאַלטן אַן עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט, געפֿירט פֿון ראַיִסאַ שפּיראָ.
די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט, דורכגעפֿירט פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס: מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר און געזאַנג) און באָריס קירזשנער (פֿידל). זיי האָבן אויסגעפֿירט די לידער - אי באַקאַנטע, אי אומזיסט־און־אומנישט פֿאַרגעסענע - און אין קורצן דערציילט וועגן זייער געשיכטע, סיפּור־המעשׂה און קינסטלערישער אייגנאַרטיקייט.
מיר האָבן באַקומען גינסטיקע אָפּקלאַנגען; מען קאָן זיי לייענען אויף אונדזערע ענגלישע און רוסישע זײַטלעך.