דעם 25סטן יוני 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, דורכגעפֿירט אין ווילנע אַ ספּעציִעלן בליץ־סעמינאַר וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם היגן יוגנט־קלוב "ייִדישע סוף־וואָכן״ - מערסטנס סטודענטן פֿון אַ יאָר צוואַנציק.
איינער פֿון די צילן פֿון דער דאָזיקער אימפּרעזע איז געווען צו באַקענען דעם יונגן דור פֿונעם ליטווישן ייִדנטום מיט דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטור.
דער עולם האָט צוגעהערט זייער פֿאַראינטערעסירט און אופֿמערקזאַם, פֿרעגנדיק אַ סך שאַלות צו דער זאַך. עס פֿילט זיך אָבער אַז פֿאַר אַזאַ פֿילזײַטיקער טעמע איז איין קורצע באַגעגעניש גאָר ניט גענוג. נעמענדיק דאָס אין באַטראַכט, האָט דער פֿאָרזיצער פֿונעם קלוב, יעפֿים כיטערער, געגעבן זײַן הסכּמה צו אָרגאַניזירן אַזעלכע אונטערנעמונגען סיסטעמאַטיש און רעגולער.