דעם 9-8טן אָקטאָבער 2018 האָבן דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס- זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ (די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע) און מאַרינאַ יעקובאָוויטש (זינגערין, אַקטריסע און מוזיקאַלישער פּעדאַגאָג) – דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" אינעם זשיטאָמירער מעלוכישן אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן פֿראַנקאָ (אוקראַיִנע).
דער עולם איז באַשטאַנען פֿון לעקטאָרן, פֿאָרשערס און סטודענטן פֿון דרײַ פֿאַקולטעטן: פֿילאָלאָגישן, היסטאָרישן און מוזיקאָלאָגישן.
.ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון" (צווישן אַנדערן, האָט דער לעקטאָר באַטראַכט די אַנאַלאָגיעס מיטן הײַנטצײַטיקן לינגוויסטישן מצבֿ אין אוקראַיִנע) און "ייִדישע קולטור אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע".
פֿרוי באַטאַנאָוואַ האָט אויך געגעבן צוויי לעקציעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״ און "אוקראַיִניש־ייִדישע ליטעראַרישע באַציִונגען, ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס". זי האָט אויך פּרעזענטירט די אָקאָרשט־דערשינענע אוקראַיִנישע אויסגאַבע פֿונעם בוך פֿונעם קאַנאַדישן היסטאָריקער הענרי אַברהמסאָן "אַ תּפֿילה פֿאַר דער רעגירונג: אוקראַיִנער און ייִדן בעת דער רעוואָלוציע, 1920-1917".
די פּראָגראַם האָט אויך אַנטהאַלטן אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון די ווילנער געטאָ־לידער "פֿונעם חורבן צו דער רענעסאַנס (אויפֿלעבונג)", אויסגעפֿירט פֿון מאַרינאַ יעקובאָוויטש און ד"ר יושקאָווסקי האָט דערבײַ געגעבן שפּראַכלעכע, ליטעראַרישע און היסטאָרישע קאָמענטאַרן.
מאַרינאַ האָט אויך געגעבן מוזיקאלישע מײַסטער־קלאסן און דיריגירט מיטן כאָר פֿון די אָנטיילנעמערס, וועלכער האָט געזונגען אויף ייִדיש!
דער פּערסאָנאַל פֿונעם זשיטאָמירער אוניווערסיטעט איז זייער צופֿרידן מיט דער אימפּרעזע און האָפֿט, אַז די מיטאַרבעט מיטן ייִדיש־צענטער וועט פֿרוכטבאַר פֿאָרגעזעצט ווערן.