פֿונעם 4טן ביזן 6טן יוני 2018 איז אין אינעם אוניווערסיטעט אויפֿן שוואַרצן ים אויפֿן נאָמען פֿון פּעטראָ מאָהילאַ, אין דער שטאָט ניקאָלײַעוו (דרום אוקראַיִנע), פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר לעקטאָרן, פֿאָרשערס און סטודענטן.
צווישן 30 צוהערערס זײַנען געווען אויך אַקטיוויסטן פֿון דער היגער ייִדישער קהילה.
דער סעמינאַר איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון 3 פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: פּראָפֿעסאָר ניקאָלײַ זערקאַל פֿונעם ניקאָלײַעווער נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט א"ן פֿון וו. סוכאָמלינסקי, ד"ר וויקטאָר פּאָגראָמסקי און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ - די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייטס־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"נ פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע.
פֿרוי באַטאַנאָוואַ האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״, "ייִדיש אין אוקראַיִנע אין די יאָרן 1919-1917: פֿונעם זשאַרגאָן צו דער אָפֿיציעלער שפּראַך פֿון מדינה, פּאָליטיק, בילדונג און קולטור" און "אוקראַיִניש־ייִדישע צווישן־באַציונגען: ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס".
דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס.