פֿונעם 25סטן ביזן 28סטן אָקטאָבער 2018 איז אין דער שטאָט בודוואַ, אין מאָנטענעגראָ (טשערנעגאָרע), פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ "מחר" ("מאָרגן") פֿון ייִדישע קהילות פֿון געוועזענער יוגאָסלאַוויע און אַנדערע לענדער פֿון דרום־מיזרחדיקער און צענטראַלער אייראָפּע.
אינעם פֿאָרום האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 500 דעלעגאַטן פֿון 15 מדינות און פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. דאָס מאָל איז די קאָנפֿערענץ געווען געווידמעט דעם 70סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן אַ לעקציע "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק".
דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס, פֿאַרשטייענדיק די וויכטיקייט פֿון דער טעמע.