​צוגרייטונגס־סעמינאַר פֿאַר ישׂראלדיקע מיטלשול־לערערס

Show yushkovsky

דעם 6טן און 8טן מערץ 2018 איז אין ירושלים און חולון פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר 24 מיטגלידער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַראיין פֿון מיטלשול־לערערס (ארגון המורים), ער האָט געדינט אַלס אַ צוגרייטונגס־עטאַפּ צום גרעסערן סעמינאַר, וועלכער וועט דורכגעפירט ווערן אין ווילנע.

די אימפּרעזעס ווערן אָרגאַניזירט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן אינעם ישׂראלדיקן טייל 3 לעקציעס אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: "ייִדישע קולטור און אירע פּעדאַגאָגישע הינזיכטן", "דרײַ ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס - שלום־עליכם, מענדעלע און י.ל. פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן" און "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישער ליטעראַטור".

דער הויפּט־ציל איז געווען צו באַטראַכטן און אױסגעפֿינען די אָפּטימאַלע מיטלען, דורך וועלכע מע קאָן פֿאַראינטערעסירן די ישׂראלדיקע יוגנט מיט ייִדיש און זײַן קולטור.

אויף דער לעקציע אין חולון, וועלכע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם קאָלעדזש "חנקין" (וווּ דאָס גאַנצע יאָר פֿונקציאָנירן דערגאַנצונגס־קורסן פֿאַר פּעדאַגאָגן), זיינען געווען אָנוועזנד 52 מענטשן: ניט נאָר די לערערס אָבער אויך די ברייטע עפֿנטלעכקייט.