אַ לעקציע אין ירושלים: בענקשאַפֿט נאָך הר־ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור

Show yushkovsky

דעם 26סטן יוני 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט אַן אָפנטלעכע לעקציע "בענקשאַפֿט נאָך הר־ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור".

די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם גרעסטן טעאַטער פֿון דער ישׂראלדיקער הויפּטשטאָט: "תיאטרון ירושלים". צווישן דעם עולם זײַנען געווען 80 לערערס פֿון פֿאַרשײדענע לערן־אַנשטאַלטן פֿון אַלע עקן לאַנד.

ד"ר יושקאָווסקי האט ציטירט די ליטעראַטן, וועלכע פֿלעגן טרוימען וועגן דעם נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט און גײַסטלעכן אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויפֿן היסטאָרישן היימלאַנד. בפֿרט האָט מען פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון די ווערק פֿון שלום־עליכם, שמעון פֿרוג, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, יעקבֿ גלאַטשטיין, חיים גראַדע און אַנדערע ייִדישע פּראָזאַיִקערס און דיכטערס.

די לעקציע - אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער סעריע פֿון 8 שמועסן וועגן דער יידישער קולטור - איז געווידמעט דעם יום־טובֿ "יום ירושלים", וואָס ווערט געפּראַוועט לכּבֿוד דער ווידערפֿאַראייניקונג פֿון דער שטאָט. זי איז באַגלייט געוואָרן מיט דער טעמאַטישער ווידעאָ־פּרעזענטאַציע.