פֿונעם 19טן ביזן 21סטן פֿעברואַר 2018 האָבן פֿיר פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר נאַטאַליע רינדיוק, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ און אַנאַ סאָראָקינאַ־גינזבורג – דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַן ערך 30 לערערס פֿון ייִדישע אָנפֿאַנג־שולן און קינדערגאָרטנס פֿון אוקראַיִנע.
די אימפּרעזע אין קיִעוו איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער מיט דער הילף פֿונעם ייִדישן פֿאָנד פֿאַר אוקראַיִנע מיטן ציל צו באַזאָרגן די היגע פּעדאַגאָגן מיט טיפֿערע קענטענישן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
צווישן די באַהאַנדלטע טעמעס: דערציִוּנגס־ און בילדונגס־הינזיכטן פֿון דער ייִדישער קולטור; געשטאַלטן פֿון קינדער אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר; ייִדישע משפּחה דורך דער פּערספּעקטיווע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; קינדער־פּאָעזיע אויף ייִדיש; קינדער־פּרעסע אויף ייִדיש אין די 30-20 יאָרן אינעם געװעזענעם ראַטנפֿאַרבאַנד; מאָדערנע (ספּעציִעל טעכנישע) מעטאָדן פֿונעם ייִדיש־אונטערריכט פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע.
אַנאַ סאָראָקינאַ־גינזבורג האָט זיך באַטייליקט אַלס לעקטאָרין אין אונדזער אַקטיוויטעט צום ערשטן מאָל, זי האָט אָבער געקראָגן װאַרעמע אָפּקלאַנגען פֿונעם עולם. אַנאַ האָט פֿאַרענדקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, זיך סטאַזשירט אין ניו־יאָרק (ייִדישע טעאָלאָגישע סעמינאַריע און קאָלאָמביער אוניווערסיטעט); איצט אונטערריכט זי די ייִדישע שפּראַך אינעם מאָסקווער קהילה־צענטער.