דעם 28סטן פֿעברואַר 2018 האָבן צוויי פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס דורכגעפֿירט די פּורים־פֿײַערונגען אינעם ייִדישער קהילה־לאָקאַל אין דער מערבֿ־ליטווישער שטאָט קלײַפּעדע (מעמל).
די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס: מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר און געזאַנג) און באָריס קירזשנער (פֿידל) האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ פּורים־שפּיל, בשעת די אסתּר־מגילה איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן פֿונעם חב"ד־שליח, הרבֿ שלום־בער קרינסקי.
די געסט האָבן אויך אויסגעפֿירט ייִדישע לידער: אי באַקאַנטע, אי אומזיסט־און־אומנישט פֿאַרגעסענע, דערציילנדיק אין קורצן װעגן זייערע געשיכטע, סיפּור־המעשׂה און קינסטלערישער אייגנאַרטיקייט.
די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען לויט דער איניציאַטיוו פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דער אָרטיקער קהילה פֿעליקס פּוזעמסקי, וועלכער האָט אײַנגעלאַדן די מוזיקערס.
דער עולם – אַ 50 נפֿשות - האָט געהאַט גרױס הנאה. מענטשן פֿון אַלע עלטערס האָבן מיטגעזונגען און געלאָזט זיך טאַנצן.