ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר יונגע קהילה־לייטערס אין דרום־רוסלאַנד

Show 18krasnodar

דעם 16-15טן יוני 2018 איז אין דער שטאָט קראַסנאָדאַר, אויף צפֿון־קאַווקאַז, פֿאָרגעקומען אַ רעגיאָנעלער סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ גרופּע יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס: קינפֿטיקע קהילה־לייטערס (מנהיגים) פֿון פֿאַרשײדענע שטעט פֿון דרום־רוסלאַנד.

די פֿאָרשטייערין פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, אַנאַ סאָראָקינאַ־גינזבורג, האָט דורכגעפֿירט צוויי לערן־סעסיעס: "װי אַזױ שאַפֿט מען אַ שפּיל־סבֿיבֿה כּדי צו לערנען ייִדיש מיט קינדער" און "די אָפּשפּיגלונג פֿון ייִדישע יום־טובֿים און זייערע טראַדיציעס אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".

אויף דער ערשטער סעסיע האָבן די אָנטיילנעמערס זיך אויסגעלערנט צו שפּילן אויף ייִדיש אין פּאָפּולערע שפּילן ווי "בלינדעניש", כאַפּיירים", "באַהעלטעניש" און אַנדערע