ייִדיש־סעמינאַר אין לאַ־פּלאַטאַ, אַרגענטינע

Show 18la plata

דעם 23סטן אָקטאָבער 2018 איז אין דער שטאָט לאַ־פּלאַטאַ (50 קילאָמעטער דרום־מזרחדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די ייִדישע שפּראַך, יום־טובים און פֿאָלקלאָר".

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

אינעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט העכער 40 נפֿשות. דער הויפּט־ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען צו דערנענטערן די טעריטאָריעל דערווײַטערטע קהילות צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן.

מיט עטלעכע לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור און אידענטיטעט, וועגן זייער באַדײַט, איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװ"אָ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום.