​לעקציע וועגן ייִדיש פֿאַר לערערס פֿון לעטלאַנד

Show 18latvian

דעם 18טן פֿעברואַר 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ לעקציע "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" צו אַ גרופּע לערערס פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע שולן פֿון לעטלאנד.

22 פּעדאַגאָגן פֿונעם באלטישן לאנד זײַנען געקומען אַהער מיטן ציל צו קריגן אָדער פֿאַרטיפֿערן די קענטענישן וועגן דעם חורבן און וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. באַלד וועלן זיי איבערגעבן די געקראָגענע אינפֿאָרמאַציע צו זייערע תּלמידים.