ייִדיש־לעקציעס אויף מאָסקווער "לימוד"־סעסיע

Show 18latvian

פֿונעם 19טן ביזן 21סטן אַפּריל 2018 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ יערלעכע סעסיע פֿונעם בילדונגס־קולטורעלן פּראָיעקט "לימוד", וועלכער עקזיסטירט אין אַזאַ פֿאָרעם זינט יאָר 2007.

אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָט זיך באַטייליקט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, פּערזענלעך אײַנגעלאַדענער פֿון דער "לימוד"־פֿאַרוואַלטונג.

ד"ר יושקאָווסקי האָט דורכגעפֿירט צוויי לעקציעס: "בענקשאַפֿט נאָך הר־ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור" (באַגלייט מיט דער ווידעאָ־פּרעזענטאַציע, געווידמעט דעם 70סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל) און "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר".

אויף דער צווייטער לעקציע איז בײַגעווען די ישׂראלדיקע עליה/אַבסאָרבציע־מיניסטאָרן, פֿרוי סאָפֿאַ לאַנדווער, וואָס האָט בשעת־מעשׂה באַזוכט די הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד.

אין סך־הכּל זענען אויף זײַנע לעקציעס געקומען אַ 60 אָנטיילנעמערס פֿון דער פּראָגראַם. עטלעכע האָבן זיך באַטײליקט אין אונדזערע פֿאָריקע סעמינאַרן "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" איו מאָסקווע, ווילנע צי אַנדערע ערטער.