דעם 22סטן און 23סטן פֿעברואַר 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן פֿיר לעקציעס וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם ניקאָלײַעווער נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט (אוקראַיִנע).
די אימפּרעזע איז איניציִיִרט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿונעם היסטאָרישן פֿאַקולטעט ניקאָלײַ זערקאַל. ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט פֿאַר לעקטאָרן, פֿאָרשערס און סטודענטן סײַ פֿונעם היסטאָרישן, סײַ פֿונעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט.
ד"ר יושקאָווסקי האָט גערעדט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: "ייִדישע קולטור אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע" און "קאַפּיטלען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, געשריבענע אויף אוקראַיִנע".
דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס. עטלעכע צוהערערס האָבן אויסגעדריקט דאָס ווילן פֿאָרצוזעצן די לימודים אויף דעם געביט. פּראָפֿ' זערקאַל האָט שוין באַזוכט די אַנטשפּרעכנדע אינטערנאַציאָנאַלע לערן־פּראָגראַם אין ישׂראל.