פֿונעם 19טן ביזן 21סטן מערץ 2018 איז אין אָדעסער נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט א"ן פֿון איליאַ מעטשניקאָוו פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור".
דאָס איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער ספּעציעלער אַקאַדעמישער פּראָגראַם "הײַנטצײַטיקע ייִדישע און ישׂראלדיקע שטודיעס", איניציִיִרט פֿונעם היסטאָריש־פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט.
צוויי הויך־ראַנגיקע פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָבן געגעבן פֿינף לעקציעס וועגן דעם גורל פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אָדעס, אין אוקראַיִנע און אין דער גאָרער וועלט.
פּראָפֿ' מאָסקאָוויטש האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדיש און אוקראַיִניש אַלס סובסטראַט־שיכטן פֿונעם אײגנטיימלעכן אָדעסער ריידנס־אַרט" און "ספּעציפֿיק און פּסיכאָ-סאָציאַלע אייגנשאַפֿטן פֿונעם באַזונדערן אָדעסער הומאָר".
ד"ר יושקאָווסקיס לעקציעס האָבן זיך גערופֿן: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "אָדעס אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר"; "ייִדישע קולטור אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע".
15 סטודענטן און פֿאָרשערס האָבן זיך פֿאַרשריבן אויפֿן סעמינאַר; אין דער אמתן אָבער זײַנען אױף די לעקציעס געקומען 26 נפֿשות (איינער איז ספּעציעל צוגעפֿאָרן פֿון קיִעוו). 13 פֿון זיי, וועלכע האָבן באַזוכט אַלע לימודים, האָבן באַקומען די צײַגענישן.
צום שלוס איז מקוים געװאָרן אַן אלגעמיינע דיסקוסיע וועגן דער געשיכטע פֿון אָדעס און איר ייִדנטום, וועגן אָדעסער מיטאָלאָגיע און דעם איצטיקן מצבֿ אין דער שטאָט.