דעם 24סטן מערץ 2018 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה" פֿאר אָרטיקע פּעדאַגאָגן און פֿאַרן ברייטן עולם.
די דאָזיקע אימפּרעזע – סײַ אַ פֿאַרווײַלנדיקע, סײַ אַ באַלערנדיקע - האָבן אויסגעפֿירט די פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און פֿונעם קלעזמער; פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע; און וואַלערי טשערניס, דער מיטגליד פֿונעם אָדעסער קלעזמער־אַנסאַמבל "דער מאַמעס קינדער".
דאָס רובֿ אױסגעפֿירטע לידער זײַנען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אין אָדעס גופֿא; זיי טראָגן דעם אייגנטימלעכן הומאָר און "דופֿט" פֿון אָט דער באַזונדערער שטאָט.
בשעת־מעשׂה האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר יושקאָווסקי, געליפֿערט שפּראַכלעכע, ליטעראַרישע און היסטאָרישע קאָמענטאַרן.