סעמינאַר־עקסקורסיע אין דער ייִדישער אָדעס

Show 18odes walk

דעם 23-22סטן מערץ 2018 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר־עקסקורסיע איבער יידישע ערטער פֿון אָדעס, וווּ עס האָבן געלעבט און געשאַפֿן מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם, חיים־נחמן ביאַליק, זאבֿ זשאַבאָטינסקי, שמעון דובנאָוו...

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער ישׂראלדיקער טוריסטישער פֿירמע "Lion Tours". אין איר האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 60 פּענסיאָנירטע לערערס פֿון ישׂראל.

דעער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער ביים ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט דורכגעפֿירט פֿיר לעקציעס וועגן דעם גורל פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אָדעס, אין אוקראַיִנע און אין דער גאָרער וועלט.

די פּראָגראַם האָט אויך אַנטהאַלטן די שפּאַצירגענג איבער דער שטאָט און די לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿון דער זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און פֿונעם קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע. ד"ר יושקאָווסקי האָט דערבײַ געגעבן שפּראַכלעכע, ליטעראַרישע און היסטאָרישע קאָמענטאַרן.