דעם 12טן מערץ 2018 איז אין אָדעס, אינעם וועלט־קלוב פֿון די אָדעס־אָפּשטאַמלינגען, פֿאָרגעקומען אַ יום־טובֿדיקער פֿאַרווײַל־אָוונט "סע טוט זיך חושך – די אָדעסער שפּראַך און די השפּעה פֿון ייִדיש אויף איר".
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם דאָזיקן קלוב בשותּפֿות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
דער אָוונט איז געפֿירט געוואָרן פֿונעם באַרימטן זשורנאַליסט, שרײַבער און פֿאַרלעגער פֿעליקס קאָכריכט. די דירעקטאָרין פֿונעם וועלט־קלוב פֿון די אָדעס־אָפּשטאַמלינגען, יעלענאַ פּאַוולאָוואַ, האָט װאַרעם באַגריסט דעם עולם.
אויף דער בינע זײַנען אויפֿגעטראָטן די פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער: אַלעקסיי סעמענישטשעוו, וואַלערי טשערניס און אַנדערע מיטגלידער פֿונעם קלעזמער־אַנסאַמבל "דער מאַמעס קינדער". דער עולם האָט התלהבֿותדיק מיטגעזונגען.
די אָנטיילנעמערס פֿון דער פּראָגראַם האָבן באַטאָנט אַז אין אָדעס זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלער שפּראַך־אַרט (אַ טשיקאַווע געמיש פֿון ייִדיש, אוקראַיִניש, רוסיש און אַנדערע לשונות), אַן אײגנטיימלעכער הומאָר און אַ באַזונדערע רייד־מאַניר, וועלכע צייכענען אָפּ אַן עכטן אָדעסער אין יעדן אָרט אויף דער ערד.