ייִדיש־צענטער אויפֿן פֿאָרום פֿונעם עסטלענדישן ייִדנטום

Show 18parnu

פֿונעם 7טן ביזן 9טן סעפּטעמבער 2018 איז אין דער שטאָט פּערנע (פּיאַרנו) פֿאָרגעקומען אַ פֿאָרום פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון עסטלאַנד "יחד" ("צוזאַמען").

אין דער אימפּרעזע האָבן זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, וועלכער האָט געגעבן צװײ לעקציעס, און דער קלאַרנעטיסט מיכאַיִל בלינקאָוו, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט דער קאַפּעליע "קלעזמאַסטערס״.

וויבאַלד די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען ממש ערבֿ ראש־השנה, האָט ד"ר יושקאָווסקי געווידמעט זײַן ערשטע לעקציע דער טעמע "דאָס הייליקע און דאָס וואָכעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט רעפֿערירט וועגן דער ראָלע פֿון יום־טובֿים און טראַדיציעס אינעם ייִדישן לעבן־שטייגער און וועגן זייער אָפּשפּיגלונג אין די ווערק פֿון י"ל פּרץ, שלום אַש, יוסף אָפּאַטאָשו און אַנדערע שרײַבערס, װי אױך אינעם פֿאָלקלאָר.

די צווייטע לעקציע - "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון" – האָט אויפֿגעוועקט גאָר אַ לעבהאַפֿטע דיסקוסיע; די באַיאָרטע צוהערערס האָבן זיך דערמאָנט אין יענער תּקופֿה, ווען ייִדיש פֿלעג קלינגען אין בײַבאַלטישע שטעט און קאָלאָריטפֿול באַרײַכערן דעם פֿילקולטורעלן לאַנדשאַפֿט פֿונעם קאַנט.

נאָך דעם פֿאָרום האָט דער ייִדיש־צענטער באַקומען אַן אײַנלאַדונג דורכצופֿירן אַזאַ אימפּרעזע אױך אין לעטלאַנד, פֿאַר דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה.