​ייִדיש־סעמינאַר אין סאַן־פאַולו

Show 18sao paulo

פֿונעם 29סטן אַפּריל ביזן 2טן מאַי 2018 איז אין דער שטאָט סאַן־פאַולו אין בראַזיל פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "ייִדיש אינעם 21סטן יאָרהונדערט". ער איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און נאָך עטלעכע אָרגאַניזאַציעס:

Casa do Povo,

Centro de Memória CDM-Museu Judaico,

Pontifícia Universidade Católica do Rio de Janeiro.

אין דער אימפּרעזע האָבן זיך באַטייליקט 70 פֿאָרשטייערס פֿון לאָקאַלע ייִדישע קהילות.

אַ דאַנק דער שטיצע פֿונעם לאַטײַן־אַמעריקאַנישן ייִדישן קאָנגרעס איז דערמעגלעכט געוואָרן דאָס אָנקומען פֿונעם הױך־קװאַליפֿיצירטן לעקטאָר, ד"ר אַלעכאַנדראָ דוכאָוונע פֿון בוענאָ־אײַרעס.

די פּראָגראַם האָט אַנטהאַלטן ניט נאָר לעקציעס און מוזיי־באַזוכן, אָבער אויך אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אויסגעפֿירט פֿון די זינגערס טאַניאַ גרינבערג, דניאל טאַוזיג, לעאָנאַרדו פּאַדאָוואַני און ניקאָל באָרזשער מיט דער אַקאָרדעאָן־באַגלייטונג פֿון אַלוואַרו קאָוטו.

די הויפּט־צילן פֿונעם סעמינאַר זײַנען צו דערנענטערן די קהילות־מיטגלידער צו זייערע נאַציאָנאַלע שורשים, צו באַקענען זיי מיט דער גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.