​ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר אוקראַיִנישע לערערס אין סומי

Show 18sumy

פֿונעם 11טן ביזן 13טן יוני 2018 איז אין דער שטאָט סומי (צפֿון־מזרח אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַן ערך 30 מיטלשול־לערערס פֿון סומער געגנט פֿון אוקראַיִנע.

דער סעמינאַר איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון 2 פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישן דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און ד"ר וויקטאָר פּאָגראָמסקי פֿונעם אוניווערסיטעט אויפֿן שוואַרצן ים אויפֿן נאָמען פֿון פּעטראָ מאָהילאַ.

א טייל צוהערערס זײַנען אַרײַנגעצויגן אין דער ייִדישער בילדונג. זיי זײַנען געקומען אַהער מיטן ציל צו קריגן אָדער פֿאַרטיפֿערן די קענטענישן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. באַלד וועלן זיי איבערגעבן די געקראָגענע אינפֿאָרמאַציע צו זייערע תּלמידים.

צווישן די באַטראַכטע טעמעס: "ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון דער רוסישער אימפּעריע און פֿון עסטרײַך־אונגאַרן סוף 19טן - אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער"; "אַנטוויקלונג און ראָלע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע".

די אימפּרעזע איז איניציִיִרט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאָר יורי ניקיטין, וועלכער האָט זיך אַליין באַטייליקט אין אונדזער סעמינאַר אין ווילנע פֿאַראַיאָרן.