פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן מאַי 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 30 לערערס און דערציִערס פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס, וועלכע פֿונקציִאָנירן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער רעגיאָנעלער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.
4 פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיץ, אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם צענטער ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר ווילמאַ גראַדיסקײַטע און ד"ר לאַראַ לעמפּערט - האָבן געגעבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
ד"ר גראַדיסקײַטע - אַ קונסט־פֿאָרשערין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ווילנער גאון און אַ לעקטאָרין אינעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט – האָט דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג און דעם געשטאַלט פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל און זײַנע תּושבֿים אין וויזועלער קונסט.
ד"ר לעמפּערט – די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אויך אַ לעקטאָרין פונעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט - האָט רעפֿערירט וועגן רײַכן ייִדישן קולטור־לעבן אין ליטע און ווילנע צווישן צוויי וועלט־מלחמות.
די פּראָגראַם האָט אַנטהאַלטן אויך עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאַצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט און אַן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.
די אימפּרעזע האָט זוכה געווען זייער וואַרעמע אָפּקלאַנגען.