ווילנער סעמינאַר פֿאַרן "יד־ושם"־פּערסאָנאַל

Show 18vilne

דעם 25-24סטן יוני 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ המשך־סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 28 ישׂראלים: וועגווײַזערס און פֿרײַוויליקע מיטאַרבעטערס פֿונעם ירושלימער מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם", פֿאָרשטייערס פֿונעם קולטור־מיניסטעריום, נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און אַנדערע אינסטיטוציעס.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט ניט נאָר געלייענט פֿינף לעקציעס ("ווילנע אינעם שפּיגל פֿון דער ייִדישער קולטור"; "בענקשאַפֿט נאָך ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור"; "ייִדישע דיכטונג פֿון דער חורבן־תּקופֿה"; "ייִדישע קולטור־טעטיקייט אין ווילנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה"; "ווילנער ייִדישער הומאָר"), איידער אויך דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון "ירושלים דליטא".

ווי מיר האָבן שוין מיטגעטיילט, דעם 31סטן מאַי 2018 אינעם "יד־ושם" גופֿא איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער עטאַפּ, אַ מין צוגרייט־סעמינאַר. נאָך דעם האָט די גאַנצע גרופּע באַשלאָסן פֿאָרזעצן צו באַזאָרגן און פֿאַרטיפֿן די קענטענישן אויפֿן דאָזיקן געביט, כדי צו באניצן זיי אין דער טאגטעגלעכער ארבעט.

די פּראָגראַם איז אַזוי געפֿעלן געוואָרן דעם עולם, אַז דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס האָט באַקומען אַ דאַנקבאַרקײטס־בריוו פֿון דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "יד־ושם"-אָפּטיילונג, פֿר' נעמה גליל.