דעם 7טן פֿעברואַר 2018 האָבן דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און די ווילנער עפֿנטלעכע ייִדישע ביבליאָטעק בשותּפֿות אָרגאַניזירט אַן אָפֿענע לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער פֿאַרן ברייטן עולם.
די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס: מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר און געזאַנג) און באָריס קירזשנער (פֿידל). זיי האָבן אויסגעפֿירט די לידער - אי באַקאַנטע, אי אומזיסט־און־אומנישט פֿאַרגעסענע - און אין קורצן דערציילט וועגן זייער געשיכטע, סיפּור־המעשׂה און קינסטלערישער אייגנאַרטיקייט.
דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליִאָטעק, זשילווינאַס בעליאַוסקאַס, האָט באַגריסט דעם פּובליקום (אַן ערך 40 מענטשן) און באַטאָנט, אַז איינער פֿון די צילן פֿון דער דאָזיקער אימפּרעזע איז צו באַקענען די ניט־ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט מיט דער קולטור פֿונעם פֿאָלק, וועלכעס האָט יאָרהונדערטערלאַנג געוווינט אין ליטע.