דעם 20סטן יולי 2018 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט אין דער ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק אַ לעקציע אויף דער טעמע "די ייִדישע ווילנע דורך געלעכטער און טרערן".
די דאָזיקע אימפּרעזע איז געווען באַשטימט פֿאַרן ברייטן עולם. ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט וועגן דער רײַכער ווילנער ייִדישער געשיכטע פֿון 16–20־טע יאָרהונדערטער, וועגן דעם גײַסטיקן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווילנע און ליטע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות אויף כּלערליי געביטן: שפּראַך־פֿאָרשונג, ליטעראַטור, פּרעסע, פֿאָלקלאָר, טעאַטער, מוזיק, בילדערישע קונסט.
דעם ספּעציעלן אויפֿמערק האָט דער לעקטאָר געשאָנקען דעם אייגנטימלעכן הומאָר פֿון די אַמאָליקע װילנער ייִדן ייִדישער ווילנע. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס.