פֿונעם 20סטן ביזן 23סטן יוני 2018 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 18 לערערס, וויסנשאַפֿטלערס, מעטאָדיסטן און סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע לערן־ און אַקאַדעמיע־אַנשטאַלטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דאס רובֿ אָנטיילנעמערס זײַנען אָנגעקומען פֿון אוקראַיִנע (פֿון די שטעט קיִעוו, אָדעס, טשערנאָוויץ און פֿון קיִעווער געגנט). עס זײַנען אויך געווען פֿאָרשטייערס פֿון ירושלים און פֿון גראָדנע (ווײַסרוסלאַנד).
די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם ווילנער ביוראָ פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס (וועלכער האָט זי אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן צענטער פֿאַר ייִדישער בילדונג אין אוקראיִנע) כּדי צו פֿאַרברייטערן און באַרײַכערן די קענטענישן אויפֿן געביט פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום און זײַן אינטעלעקטועל־גײַסטיקער ירושה.
צוויי הויך־קוואַליפֿיצירטע ספּעציאַליסטן: ד"ר מרדכי יושקאָווסקי (דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער) און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ (די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע) האָבן אין סך־הכּל געגעבן 6 לעקציעס.
ד"ר יושקאָווסקיס לעקציעס האָבן זיך גערופֿן: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "די ליטעראַטור אױף ייִדיש בעת דער חורבן־תּקופֿה"; "ייִדישע ליטעראַרישע שאַפֿונג אין אוקראַיִנע".
פרוי באַטאַנאָוואַ האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״; "אוקראַיִניש־ייִדישע צווישן־באַציונגען: ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס"; "ניצלעכע מאָדערנע מיטלען צום אויסלערנען ייִדיש", אינטערנעץ־זײַטלעך און ענציקלאָפּעדיעס".
אַ חוץ דעם, האָט די גרופּע באזוכט ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט (אײַנשליסנדיק פּאָנאַר און די ווילנער ייִדישע גימנאַזיע אױף שלום־עליכמס נאָמען), האָט זיך באַקענט מיט דער ליטווישער בילדונג־סיסטעם און מיט הײַנטצײַטיקע מעטאָדישע דערגרייכן בײַם שפּראַכן־אונטערריכט.