ליטעראַרישער סעמינאַר פֿאַר אַקטיוויסטקעס פֿון דער ליטווישער קהילה

Show 18wiln

דעם 22סטן מאַי 2018 איז אינעם ווילנער קלוב "ישׂראלית דליטא" פֿאָרגעקומען אַ ליטעראַרישער סעמינאַר מיט דער באַטײליקונג פֿון 20 אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער פֿרויען־טײל פֿון דער ליטווישער ייִדישער קהילה.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט רעפֿערירט וועגן דעם לעבן און די יצירות פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, י"ל פּרץ, שלום אַש, חיים גראַדע און אַנדערע באַרימטע ייִדישע פּראָזאַיִקערס און דיכטערס.

לויט דעם עולמס בקשה, איז איינע פֿון די לעקציעס פֿולשטענדיק געווידמעט געוואָרן דעם פרויען־געשטאַלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, דער שאַפֿונג פֿון שריפֿטשטעלערינס, די אַנטפּלעקונגען פֿון פֿעמיניזם אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דעם קאַמף פֿון ייִדישע פֿרויען פֿאַר ציווילער גלײַכבאַרעכטיקייט