דעם 31סטן מאַי 2018 איז אין ירושלים, אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" געווידמעט דעם זיכּרון פֿון די חורבן־קדושים, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ גרופּע 30 ישׂראלים: וועגווײַזערס און פֿרײַוויליקע מיטאַרבעטערס פֿונעם "יד־ושם", פֿאָרשטייערס פֿונעם קולטור־מיניסטעריום, נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און אַנדערע אינסטיטוציעס.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט דורכגעפֿירט צוויי לעקציעס: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור- שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן".
בעת דער לעבהאַפֿטער דיסקוסיע נאָך די לעקציעס איז אױסגעאַרבעט געוואָרן די געמיינזאַמע שטעלונג: די ייִדישע קולטור דאַרף געהאַנדלט ווערן אַלס אַ קאָלעקטיווער קרבן פֿונעם חורבן.
די גאַנצע גרופּע האָט באַשלאָסן פֿאָרזעצן צו באַזאָרגן און פֿאַרטיפן די קענטענישן אויפֿן דאָזיקן געביט - אינעם גערעם פֿונעם גרעסערן סעמינאַר, וועלכער ווערט אָרגאַניזירט ספעציִעל פֿאַר זי אין ווילנע.