פּראָפֿ' מאָסקאָוויטש פֿונעם יִדיש־צענטער אויפֿן ייִדיש־טאָג אין רומעניע

Show 18yd romania

דעם 30סטן מײַ 2018 איז אין רומעניע צום ערשטן מאָל, לויטן אָפֿיציעלן באַשלוס פֿון דער היגער רעגירונג, געפּראַוועט געוואָרן דער טאָג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

דער הויך־ראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די פֿײַערונגען, וועלכע האָבן געדויערט אַזש פֿיר טעג: פֿונעם 29סטן מײַ ביזן 2טן יוני.

אויסטרעטנדיק אין דער שטאָט שאָץ (סוטשאַווע), האָט פּראָפֿ' מאָסקאָוויטש באַגריסט דעם עולם (אײַנגעשלאָסן דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון רומענישע ייִדישע קהילות אַורעל ווײַנער, די הויפּטן פון שטאָטישע קהילות, רבנים, קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס) אויף ייִדיש און אויף רומעניש.

ער האָט באַטאָנט דעם ריזיקן צושטייער פֿון בוקאָווינער ייִדן אין דער נאַציאָננאַלער ציוויליזאציע, באַזירט אױף ייִדיש, און די וויכטיקייט פֿון דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך (1908). דער פֿאָרשער האָט ספּעציעל אײַנגעלאַדן דעם פֿאַרוואַלטער פֿונעם טשערנאָוויצער מוזיי פֿאר בוקאָווינער ייִדנטום, ד"ר מיקאָלאַ קושניר.

אין דער שטאָט ראַדאָוועץ (רעדעוץ) האָט פּראָפֿ' מאָסקאָוויטש רעפֿערירט וועגן דעם זעלטנסטן עדות פֿונעם היגן ייִדן, וועלכער איז דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קיין טראַנסניסטריע און געפֿירט אַ טאָגבוך אויף ייִדיש אין משך פֿון די יאָרן 1944-1941.

נאָך דער אימפּרעזע האָט דער אָנפֿירער פֿון דער שאָצער ייִדישער קהילה, ראָבערט שאָר, געשריבן דעם פּראָפֿעסאָר אַ דאַנק־אויסדרוק, פֿאָרלײגנדיק פֿאָרצוזעצן די מיטאַרבעט מיט אונדזער ייִדיש־צענטער בעת די קינפֿטיקע יערלעכע ייִדיש־טעג אין רומעניע.