דעם 7טן יולי 2018 איז אינעם קוראָרט־יישובֿ זאַטאָקאַ (אָדעסער געגנט, אוקראַיִנע), אינעם אָפּרו־לאַגער פֿאַר ייִדישע משפּחות "חלום", פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלער טאָג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן אָדעסער קהילה־צענטער ״מגדל״. איינער פֿון אירע צילן איז געווען צו באַקענען ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע דורות מיט דער ייִדישער שפּראַך, טראַדיציע און קולטור. דער עולם האָט געציילט העכער 60 נפֿשות, צווישן זיי 20 קינדער און דערוואַקסלינגען.
די פֿאָרשטייערין פֿונעם ייִדיש־צענטער, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ (די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע) האָט געגעבן 2 לעקציעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״ און "דער ייִדישער משפּחה־לעקסיקאָן".
דער צווייטיר לימוד איז געווען געווידמעט די ייִדישע נעמען פֿון די משפּחה־מיטגלידער, נאָענטע און ווייטע קרובֿים און קרובֿישע פֿאַרבינדונגען. פֿר' באַטאַנאָוואַ האָט דערלאַנגט אַ גאַנצע רשימה פֿון ווערטלעך, שפּריכווערטער, ברכות און קללות אויף דער דאָזיקער אייביק־פּאָפּולערער טעמע. נאָך דעם האָבן די אָנטיילנעמערס אויסגעלערנט און מיט גרויס הנאה אויסגעפֿירט די לידער: "אַז דער רבי זינגט...", "אַלע ברידער" און "שנירעלע־פּערעלע".