אין ווילנע איז פֿאָרגעקומען אַ קורס פֿון ייִדיש

Show 19 course

פֿונעם 7טן פֿעברואַר ביזן 23סטן מאַי 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אן אינטענסיווער קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר ליטווישע סטודענטן־אָנהייבערס.

דאָס איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און דעם מלוכישן ייִדישן מוזיי א"נ פֿונעם ווילנער גאון.

די לימודים (30 אַקאַדעמישע שעה) האָט געפֿירט אַ יונגע לערערין סאַולע וואַליונײַטע, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אויף די זומער־קורסן אין ווילנע און אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט.

אין דער גרופּע זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן 22 מענטשן; 14 פֿון זיי, וועלכע פֿלעגן פֿלײַסיק צוגרייטן די װאָכנטלעכע היים־אַרבעטן און האָבן אױסגעהאַלטן דעם עקזאַמען, האָבן באַקומען אַן אַקאַדעמישן קרעדיט.

די הויפּט־קאָמפּאָנענטן פֿונעם קורס זײַנען געווען די גראַמאַטיק און דאָס לייענען - און אין אַ קלענערער מאָס די גערעדטע שפּראַך. אויף דער אױפֿגעבױטער באַזע קאָנען די סטודענטן ממשיך זײַן זייערע ייִדיש־לימודים.