די ערשטע לעקציע וועגן ייִדיש אינעם אָדעסער חורבן־מוזיי

Show 19 doroshenko

דעם 24סטן מאַי 2019 האָט דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר דאָראָשענקאָ, געגעבן די ערשטע לעקציע פֿון דער סעריע ״ייִדיש נעכטן, הײַנט, מאָרגן״ אינעם אָדעסער מוזיי פֿונעם חורבן.צווישן אַן ערך 25 צוהערערס זײַנען געווען לערערס, סטודענטן, ווי אויך מיטאַרבעטערס און וואָלאָנטערן פֿונעם מוזיי.

דער לעקטאָר האָט באַשריבן אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש שטעטל: זײַן צעשטעלונג, שטייגער־לעבן, וויכטיקסטע אינסטיטוציעס (אַ שול, אַ מאַרקפּלאַץ, אַ בית־עולם), אילוסטרירנדיק עס מיט בילדער פון באַרימטע ייִדישע קינסטלערס.

באַזונדערס אויפֿמערקזאַם איז באטראַכט געוואָרן דאָס בוך "ברענענדיקע ליכטלעך" פֿון ביילע שאַגאַל – דעם גרויסן קינסטלערס פֿרוי, װאָס איז געווידמעט מאַרקס קינדער־יאָרן און שפּיגלט אָפּ אַלע הינזיכטן פֿונעם ייִדישן לעבן־אַרט.

פּראָפֿ' דאָראָשענקאָ האַט דערציילט, ווי אַזוי ייִדיש איז געוואָרן איינע פֿון די רײַכסטע און הויך־אַנטוויקלטסטע שפּראַכן אויף דער וועלט. די היסטאָרישע װאַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איבער אייראָפּע האָבן גורם געווען דערצו, אַז יידיש האָט אײַנגעזאַפּט און אינטעגרירט עלעמענטן פון צענדליקער סבֿיבֿה־שפּראַכן און איז אימשטאַנד אויסצודריקן דעם ברייטסטן ספּעקטער פֿון מענטשלעכע געפֿילן און עמאָציעס.

דער לעקטאָר האָט אויך אױפֿגעקלערט די פֿראַגע פֿון דער ייִדישער השפּעה אויף אַנדערע שפּראַכן, אײַנגעשלאָסן רוסיש, בפֿרט אין אָדעס.

צום סוף האָט מען געשמועסט וועגן דעם חורבן און וועגן דעם ווידערגעבורט פֿון מדינת־ישׂראל.