דעם 2טן יוני 2019 האָט דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר דאָראָשענקאָ, געגעבן די צווייטע לעקציע פֿון דער סעריע ״ייִדיש נעכטן, הײַנט, מאָרגן״ אינעם אָדעסער מוזיי פֿונעם חורבן, וועלכער אָרגאַניזירט די דאָזיקע אימפּרעזעס.
צווישן דעם עולם זײַנען געזעסן לערערס, סטודענטן, ווי אויך מיטאַרבעטערס און וואָלאָנטערן פֿונעם מוזיי.
דער לעקטאָר האָט פֿאָרגעזעצט צו באַשרײַבן אַ שטייגער־לעבן פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטעטל, באַזירנדיק זיך אויף די מאַטעריאַלן פֿון זײַן בוך "אַטלאַנטידע פֿון ייִדן".
די ספּעציעלע אויפֿמערקזאַמקייט האָט פּראָפֿ' דאָראָשענקאָ פֿאַרטײלט דער תּקופֿה פֿונעם האַנדל־אויפֿבלי (1850-1790) און דער גאָר באַזונדערער דערשײַנונג: "שוץ־שולן".
די לעקציע איז אילוסטרירט געוואָרן מיט בילדער פֿון באַרימטע ייִדישע קינסטלערס: שאַגאַל, קאַפּלאַן, יודאָווין, זיגער, אַלטמאַן, סוטין און אַנדערע פֿאָרשטייערס פֿון "קולטור־ליגע", "רוסישן פֿוטוריזם" און "פּאַריזער קונסט־שול".