דעם 20-19סטן מערץ 2019 איז אין דער שטאָט כערסאָן (דרום־אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר מיטאַרבעטערס פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אינסטיטוציעס, אָרגאניזירט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן שטאָטישן קולטור־צענטער "חסד־שמואל".
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק"; "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישע ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר"; "ייִדישע קולטור אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע"; "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?".
מיטן באזונדערן אינטערעס האָט דער עולם געהערט וועגן זײַן לאַנדסמאַן – דעם באַרימטן יידיש־רוסישן פּאָעט שמעון פֿרוג, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין דער ייִדישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע באָבראָווי קוט און געטאָן זײַנע ערשטע ליטעראַרישע טריט אין כערסאָן.
אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה". די אימפּרעזע איז אויסגעפֿירט געוואָרן פֿון די פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס דער זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און פֿונעם קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.
די אימפּרעזע האָט אַרויסגערופֿן אַ שלל עמאָציעס און זכרונות. דער 95־יעריקער אַרקאַדי מילגרוים האָט זיך דערמאָנט אין זײַן משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט נאָר ייִדיש. ער האָט זיך געלערנט אין שול אויף ייִדיש אין משך פֿון 7 יאָרן און נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה באַקומען אַ געלעגנהייט צו הערן און רעדן דאָס מאַמע־לשון.
דער דירעקטאָר פֿונעם "חסד־שמואל" אַרקאַדי ווײַנער האָט אין נאָמען פֿון דער גאַנצער היגער קהילה אָפּגעדאַנקט די אָרגאַניזאַטאָרן און האָט אויסגעדריקט די האָפֿענונג אויף דער פֿאָרזעצונג פֿון דער מיטאַרבעט אויפֿן געביט פֿונעם אָפּהיטן און אויפֿלעבן די ייִדישע קולטור.