דעם 12טן מײַ 2019 זײַנען אין דער שטאָט כמעלניצקי (מערבֿ־אוקראַיִנע) פֿארגעקומען צוויי לעקציעס וועגן ייִדיש, דערלאַנגטע פֿון דער פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס - טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ.
.צווישן 50 צוהערערס זײַנען געווען פֿאַרוואַלטערס, אַקטיוויסטן און מיטגלידער פֿונעם היגן קהילה־צענטער "חסד-בעש"ט", װעלכער האָט אָרגאַניזירט די אימפּרעזע.
פֿרוי באַטאַנאָוואַ האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדיקע טעמעס: ״וואָס איז ייִדיש - זשאַרגאָן אָדער מאַמע־לשון, אַ פֿולווערטיקע שפּראַך? אַ היסטאָרישער אַרײַנפֿיר״ און "לאָמיר זינגען: מוזיקאַלישע און וואָקאַלע טראַדיציעס אויף ייִדיש".
די לעקטאָרין האָט באַקענט דעם קהל מיט אײניקע פּרקים פֿון דער געשיכטע פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום, בעיקר אין אוקראַיִנע, מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע לידער – וויגלידער, שבתדיקע, יום־טובֿדיקע, ווי אויך מיט די לידער וועלכע שטאַמען פֿון דער פֿרױען־תּפֿילה "גאָט פֿון אבֿרהם" און ווערן הײַנט־צו־טאָג אויסגעפֿירט אין מאָדערנע קלעזמערישע באַאַרבעטונגען (צום בײַשפּיל, "שנירעלע פּערעלע" פֿון לאָרין סקלאַמבערג.
די לימודים זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין אַ פֿרײַנטלעכער שמועס־פֿאָרעם, אפֿילו מיטן כאָר־געזאַנג. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס.
טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ איז אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער אוניווערסיטעט ״מאָהילאַ־אַקאַדעמיע״