דעם 14טן אָקטאָבער 2019 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, דערלאַנגט אַ לעקציע צו אַ גרופּע לערערס פֿון פֿאַרשיידענע ליטווישע שטעט.
די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אין קאָוונע, אינעם מוזיי פֿונעם נײַנטן פֿאָרט, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרניכטעט צענדליקער טויזנט ליטווישע ייִדן.
די לעקציע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער, פֿונעם מוזיי און פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע פֿאַר די קאָנסעקװענצן פֿון נאַצישן און סטאַליניסטישן גענאָצידן אין ליטע.
דער לעקטאָר האָט דערמאָנט און ציטירט די ליטעראַטן־ליטוואַקן: אבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, שמואל גאָרדאָן, חיים לונצקי, יוסף ראַבין, אַלעק נאַטאַס, שירה גאָרשמאַן, משה קולבאַק. אייניקע פֿון זיי זײַנען ווייניק באַקאַנט דעם מאָדערנעם עולם און ניט איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן.
די שפּראַכלעכע און סטיליסטישע אייגנאַרטיקייט פֿון זייערע ווערק לאָזט אונדז פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי האָט אויסגעזען די ייִדישע וועלט פון ליטע, וואס איז אומגעקומען בעתן חורבן.
האָפֿנטלעך וועלן די לערערס איבערגעבן די געקראָגענע אינפֿאָרמאַציע צו זייערע תּלמידים – ליטווינער.